די מאסעטשוסעטס פאליציי האט געשריבן אין א מעסעדזש, אז עס איז געווען צווישן זעכציג און אכציג אויפרייסן און פייערן, וואס די אלע הייזער האבן זיך באנוצט מיט די קאלאמביע גאז פירמע, צולייגענדיג אז בערך אכצן טויזענט הייזער האבן נאכנישט קיין גאז, און ווי אויך האבן אכט טויזנט מענטשן געמוזט עוואקואירט ווערן.
עס איז נאכנישט באקאנט געהעריגע אורזאך פון די אויפרייסן, אבער עס זענען פארהאן באריכטען אז עס איז געקומען פון א גרויסע דרוק אין די הויפט גאז פייפ פון די קאלאמביע גאז פירמע.
הוסף רשומת תגובה