וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ'ס לויער רודי זשוליאני ארבעט שווער, אויפצוקאכן דראמא ארום די מעגליכקייט פאר א דירעקטע אינטערוויו און אויספארשונג צווישן ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער און דעם פרעזידענט. מוללער וויל אינטערוויוען דעם פרעזידענט און טראמפ זאגט אז ער וויל עס טאן, אבער זיינע לויערס האלטן אים צוריק צוליב וואס זיי האבן מורא אז מוללער וועט אויסשפרייטן א גרינגן נעץ אים צו כאפן ביי א ליגנט אונטער שבועה – וואס איז א קרימינאלע פארברעך.

אצינד זאגט זשוליאני אין א פרישע אינטערוויו, אז מוללער מוז מסכים זיין נישט צו פרעגן דעם פרעזידענט איבער דזשעימס קאומי און נישט איבער מייקל פלין. זשוליאני זאגט אז דער אויספארשונג מוז זיין פארטיג אויף סעפטעמבער, ווייל אויב נישט "גייט עס עקספלאדירן".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל