קאלאמביע – דער ארויסגייענדיגער קאלאמביער פרעזידענט הואן מאניועל סאנטאס האט נעכטן גענומען א דראמאטישע שריט, ווען ער האט אפיציעל אנערקענט "פאלעסטינע" אלס א זעלבסטשטענדיגע לאנד. מדינת ישראל, וועלכע איז שוין לאנגע יארן פריינטליך און אליאירט מיט קאלאמביע, איז געכאפט געווארן אין גרויס איבערראשונג מיט דער מעלדונג, וויבאלד סאנטאס האט דאס געהאלטן אין גרויס געהיים ביז די לעצטע מינוט.

די אנטוויקלונג איז א קריטישע, וויבאלד קוקנדיג אינעם לאטיין-אמעריקע ראיאן, האט נישט מדינת ישראל קיין שום גרעסערע פריינט ווי קאלאמביע, און די צוויי לענדער האבן טיפע מיליטערישע, שפיאנאזש און פאליטישע באציאונגען. עס וועט זיין אינטערעסאנט צו זעהן וויאזוי דער זאך קאכט זיך אויס אין די קומענדיגע טעג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל