לאנדאן. – דער וויקיליעקס פירער דזשוליען אסאנדזש זאגט, אז ער איז גרייט אויף די מעגליכקייט צו קומען קיין אמעריקע און געבן אן אויפטריט פאר'ן סענאט שפיאנאזש קאמיטע, צו רעדן איבער וואס ער ווייסט ארום רוסלאנד'ס שריט צו באאיינפלוסן די יאר 2016 פרעזידענט וואלן.

אסאנדזש געפונט זיך אצינד אין באהעלטעניש אין די עקוואדארער אמבאסאדע אין לאנדאן, אבער מען הערט שוין עטליכע וואכן באריכטן אז זיי גייען אים ארויסווארפן פון דארטן. מען ערווארט אז בריטישע פאליציי וועלן אים זאפארט ארעסטירן ווען דאס פאסירט, און נעכטן האט זיין לויער געזאגט אז אסאנדזש איז גרייט צו געבן אן אויפטריט אין אמעריקע פאר'ן סענאט, אדער אמווייניגסטנס דורך א ווידעא-קאנפערענץ.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל