טעהראן – די אינערליכע אנגעצויגנקייטן אין איראן זענען געגאנגען צו א פרישן שטאפל, ווען דער געוועזענער איראנער פרעזידענט מאכמוד אכמעדינעזשאד האט ארויסגעגעבן א ווידעא מעסעדזש, אין וועלכע ער רופט אז דער אמטירנדער פרעזידענט כאסאן רוכאני זאל זאפארט רעזיגנירן.

אכמעדינעזשאד זאגט אז דאס איראנער פאלק האט מער קיין צוטרוי אין רוכאני, און זיין זיצן אויפן פרעזידענט בענקל, מאכט שאדן פאר'ן לאנד. אכמעדינעזשאד'ס שארפע מעסעדזש איז געקומען אינעם זעלבן טאג, וואס דער איראנער פארלאמענט האט ארויסגעווארפן רוכאני'ס ארבעטס מיניסטער, אין א זיג פאר די עקסטרעמע, וועלכע האבן יענעם נישט געגליכן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל