קאלאראדא – א אוניווערזיטעט אין קאלאראדא זאגט, אז זי וועט איבערדרוקן נאנט צו צען טויזנט דיפלאמעס, נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז די דיפלאמעס האבן אויף זיך א גרויסן טעות. דער טעות איז אז ווי עס שטייט אז ס'איז אונטערגעשריבן דורכ'ן "באורד אוו טראסטיס", שטייט "קאורד אוו טראסטיס", און דער טעות גייט שוין אזוי אן אומבאמערקט זינט יאר 2012. צו דרוקן די דיפלאמעס קאסט בערך פינף דאלער א שטיקל, וואס באדייט אז עס וועט אפקאסטן פאר די אוניווערזיטעט נאנט צו 46 טויזנט דאלער איבערצודרוקן אלעס. א לעקציע פארוואס עס לוינט זיך מגיה צו זיין סיי וועלכע זאך איידער מען געבט דאס ארויס אין פובליק...

הוסף רשומת תגובה