בערלין – דער צאל אנטיסעמיטישע קרימינאליטעטן אין דייטשלאנד איז שטארק געשטיגן אינעם ערשטן האלבן יאר 2018 למספרם, אין פארגלייך צום ערשטן האלבן יאר פון 2017. א באריכט אין "פאליטיקא" צייגט, אז אין די ערשטע זעקס מאנאטן פונעם גוי'אישן קאלענדער-יאר 2018 זענען געווען 401 אנטיסעמיטישע פארברעכנס, וואס 87 פראצענט דערפון זענען געקומען דורך עקסטרעם-רעכטע פארשוינען, און די איבריגע זענען געווען דורך מוסולמענער. פון די 401 פארברעכנס זענען געווען 12 גאר ערנסטע פעלער, אריינגערעכנט פיזישע איבערפאלן וואס האבן זיך געענדיגט מיט שווערע וואונדן. א פינפטל פון אלע פארברעכנס זענען געווען אין דער הויפטשטאט בערלין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל