איסטאנבול – טערקיי'ס פרעזידענט ערדואן סטראשעט, אז פרעזידענט טראמפ לייגט אין געפאר טערקיי'ס פריינטשאפט און קאאפעראציע מיט אמעריקע. ערדואן האט אפגעשריבן אן עדיטאריעל פאר'ן ניו יארק טיימס, אין וועלכע ער ברענגט ארויס, אז טערקיי'ס קאאפעראציע מיט אמעריקע גייט צוריק שוין יארן לאנג, נאך אין די יארן פונעם קובא מיסיל קריזיס. ערדואן שרייבט, אז נאך איידער עס איז צו שפעט, בעט ער זיך ביי פרעזידענט טראמפ אפצושטעלן די אנגעצויגנקייט, און פארשטיין אז טערקיי האט אנדערע אפציעס ווי בלייבן נאנט באפריינדעט מיט אמעריקע.

באזונדער האט ערדואן געסטראשעט, אז ער וועט נקמה נעמען אין אמעריקע. ערדואן׳ס סטראשע איז געקומען, נאכדעם וואס די טערקישע לירא געלט איז גאר שטארק געפאלן, פארלירנדיג זעכצן פראצענט פון איר ווערד. ערדאגאן זאגט, אז אמעריקע איז שולדיג דערויף, און אז זיי מעגן זיך שעמען, פאר׳ן טשעפען די טערקישע עקאנאמיע מיט פרישע סאנקציעס. ער האט אויך פארדאמט דאס וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט פארלאפענעם פרייטאג געמאלדן, אז עס וועלן געהעכערט ווערן די טאריפס אויף אייזן און אלומינום פון טערקיי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל