ספעקטאל אין סעוואנע לופטפעלד ווען א טאשקע נעמט זיך פלוצים רייכערן לעבן די מעטאל דיטעקטאר'ס; שטעלט זיך ארויס צו זיין א צעבראכענע 'וועיפאר מאשין'; TSA פארדעכטיגט אבער אז עס איז מעגליך געווען א בייזוויליגע אקט

א גאר אונטערסאנטע און שרעקעדיגע ספעקטאל האט זיך נעכטן אפגעשפילט אינעם 'סעווענא אונטערנאשענעל עירעפארט' אין סאוט קעראליינע, ווען א 'פאקעט בוק' האט זיך פלוצים גענומען רייכערן מיט א מיסטעריעזע סארט רויעך, הארט לעבן די סעקיורעטי טשעק פאונט לעבן די מעטאל דעטעקטארס. דער לופט פעלד איז דאן געווען פול געפאקט זייענדיג זונטאג אינדערפרי, ווען גאר אסאך מענטשן פארן אהיים נאך זייערע וויקענדס וואקאציע'ס. דער רויעך אויפרייס האט גורם געווען א גרויסע מהומה צווישן דער אנוועזענדע עולם, און מענטשן האבן אנגעהויבן צו אנטלויפן דערפון, וועלענדיג זיין ווי ווייטער פון א פאטענציעלע אויפרייס. איין העלדישע TSA אפיציר איז אבער צוגעגאנגן און אוועקגעפירט דעם פארדעכטיגטע טאשקע צו א דערנעבענדע צימער, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין נישט מער און נישט ווייניגער ווי א פעלערהאפטיגע 'וועיפאר מאשין'... דער באטאריע פונעם מאשין האט זיך אויף עפעס א וועג איבערגעהיצט, און האט אנגעהויבן ברענען אינעם טאשקע, און צוזאמען מיט א גאנצע פלעשעל אומזיסטיגע 'וועיפאר', האט די פייער געברענט הערליך מיט א באגלייטונג פון שיינע ווייסע 'וועיפאר רויעך'....

אויף די סעקיורעטי קאמרעס זעט מען קלאר די גאנצע פאסירונג, מען זעט ווי הונדערטער מענטשן טוען זיך דאן 'סקענען' און אונטערזוכן ביי די סעקיורעטי און TSA אפיצירן, און זיי גייען דאן איינציגווייז אריבער די מעטאל דעטעקטארס, פלוצים קומט א אמעריקאניש אויסזענדע פרוי מיט א קליינע 'קערי אן רענצל' און מיט א 'פאקעט בוק', און לייגט אלעס אריין אין דעם עקסטרעי מאשין צוזאמען מיט אירע שיך און פריוואטע ענינים, אזוי ווי אירע זאכן זענען ארויסגעקומען פונעם 'עקסטרעי מאשין', בשעת וואס זי איז נאך געווען פארנומען מיטן אריבערגיין דעם 'מעטעל דעטעקטאר', האט זיך דער פאקעט בוק פלוצים גענומען רויכערן, אבער מיט א ספעציעלע סארט ווייסע רויעך, וואס געמאכט מענטשן טראכטן אויפן ערשטן מינוט אז די רעדע איז דא פון א מעגליכע באמבע..! אויפן ארט זענען אלע ארומיגע מענטשן אנטלאפן דערפון 'כטחוי קשת'... אבער איין העלדישע TSA אפיציר, זאגאר דער הויפט אפיציר ביי יענעם שטעק פאונט, איז גאר העלדיש
צוגעגאנגן און אויפגעהויבן דעם ברענעדיגן טאשקע, און עס אוועקגעפירט צו א זייטיגע צימער, ווי עס איז נישטא קיין ארומיגע מענטשן וואס זאלן געשעדיגט ווערן דערפון.

נאך דעם וואס עס איז פעסטגעשטעלט געוארן אז עס איז סך הכל די רעדע פון א פעלערהאפטיגע וועיפער מאשין... האט אבער די TSA נאכאלס פארהאלטן דעם באלעבאס פון דער פאקעט בוק אויף אויספארשונגען. די TSA וויל זיכער מאכן
צוויי זאכן. קודם כל, אז דאס איז טאקע געווען א פאסירונג וואס איז געשען אקעגן דער ווילן פון דער אייגענטומער, און נישט אז די פרוי האט עס בייזוויליג געטאן, כדי עס זאל ווערן א ספעקטאל אינעם עירעפארט, אזוי ווי די TSA איז טאקע חושד. און צווייטענס וויל די TSA פארשטיין ווי אזוי איז דאס אז דער וועיפאר מאשין האט אויפגעריסן פונקט בשעת'ן אריבערגיין דעם טשעק פאונט פונעם TSA , און נישט פריער אדער שפעטער? מען דארף פארשטיין אז בשעת ווען מען האט אריינגעכלייגט דעם פאקעט בוק אינעם עקסטרעי מאשין האט נאך דער טאשקע נישט גערייכער, ווייל אויב יא וואלט מען עס דאך נישט אריינגעלייגט. דעריבער וויל די TSA אויספארשן די מעגליכקייט צו די עקסטרעי מאשינען זענען נישט צומאל גורם אז באטעריעס אדער מאטאר'ן זאלן זיך איבערהיצן פון די עקסטרעי מאשינען, און דאס איז גורם אז עס געשעען פייער'ס רח"ל. אדער איז די אומשולדיג אויסזענעדע פרוי נישט אזוי אומשולדיג.., און אז זי האט עפעס אנגעדרייט אז די וועיפאר מאשין זאל פונקט דעמאלט'ס אויפרייסן, כדי להגדיל הטראסק.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל