ווארשא – די פוילישע רעגירונג האט ענדליך באקומען אן ארכיוו פונעם צווייטן וועלט קריג, אין וועלכע עס ווערט דאקומענטירט, מיט קלארע באווייזן, די שריט פון פוילישע דיפלאמאטן וואס האבן געארבעט אין שווייץ ביים צווייטן וועלט קריג צו העלפן ראטעווען אידן. דער ארכיוו האט באלאנגט פאר א פריוואטן אייגנטימער אין ארץ ישראל, און נאך געשפרעכן מיט יענעם מער ווי א יאר, האט עס די פוילישע רעגירונג באקומען. די שריט דורך די פוילישע דיפלאמאטן אין שווייץ, צו שענקען פאלשע פאספארטן פאר אידן ביים קריג, איז אנגעפירט געווארן דורכ'ן דעמאלטדיגן פוילישן אמבאסאדאר אין שווייץ אלעקסאנדער לאדאוס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל