וואשינגטאן – עמעזאן האט געמאלדן, אז זי האט פארמעקט פילע ראסיסטישע און אנטיסעמיטישע פראדוקטן פון איר וועבסייט, וועלכע זענען ביז יעצט ערלויבט געווארן פארקויפט צו ווערן דורך פריוואטע סוחרים. דער שריט קומט נאכדעם וואס די פירמע איז אויסגעשטאנען גרויס קריטיק, ווען מען האט אויפגעדעקט גאנצע ליסטעס פון אנטיסעמיטישע ביכער, העמדלעך און אנדערע קליידונג וועלכע פארמאגן אויף זיך אויפשריפטן פון האלאקאוסט לייקענונג און העסליכע אנטיסעמיטישע קאנספיראציעס. עמעזאן האט געמאלדן איר שריט אין א בריוו צום דעמאקראטישן קאנגרעסמאן קיעט עליסאן, נאכדעם וואס עליסאן איז געווען דער וואס האט געשריבן א שארפן בריוו צום עמעזאן פירער דזשעף בעזאס איבער די פראדוקטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל