טעהראן – דער צפון קארעא אויסערן מיניסטער האט נעכטן אפגעשטאט א באזוך ביים איראנער אויסערן מיניסטער מוכאמעד דזשאוואד זאריף אין טעהראן. מיניסטער רי יאנג האו געפונט זיך אויף א צוויי טאגיגע באזוך אין איראן, און איז ערווארטעט אז ער וועט זיך טרעפן מיטן איראנער פרעזידענט כאסאן רוכאני מארגן. זיין באזוך קומט איין טאג נאכדעם וואס אמעריקע האט צוריקגעשטעלט די סאנקציעס אויף איראן, און פארשפרעכט אראפצונעמען די סאנקציעס פון צפון קארעא.

מען האט אויך נעכטן געהערט ווייטערדיגע רעאקציעס פון די איראנער רעזשים, איבער טראמפ'ס באשלוס זיך ארויסצוציען פונעם דיעל און צוריקשטעלן די סאנקציעס. דער איראנער פרעזידענט כאסאן רוכאני זאגט, אז איראן וועט נישט פירן קיין שום געשפרעכן מיט אמעריקע, ווילאנג די סאנקציעס זענען אין אפעקט. רוכאני זאגט אויך, אז טראמפ'ס באשלוס זיך ארויסצוציען פונעם דיעל, צייגט פאר די וועלט אז מען קען גארנישט געטרויען און טראסטן אמעריקע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל