דער מאכטפולער האריקעין ״לעין״ האט נעכטן באטראפן די ברעגעס פונעם הויפט אינזל אין האוואי, ברענגדיג שווערע שטורמ׳ס און פארפלייצונגען, טראץ וואס עס איז אראפ צו א קאטעגאריע 3 האריקעין איז עס נאך אלס גאר טויטליך און מאכטפול מיט ווינטן פון איבער 120 מייל פער שטונדע, און איבער 31 אינטשעס רעגן.

דער שטורעם איז היינט ערווארטעט צו אנפאלן דעם שטאט אלאהא, און דורכשניידן נאך חלקים פון האוואי, די אויטאריטעטן און די איינוואוינער שטייען גאר וואכזאם, און אלע שולעס און עפנטליכע געביידעס איבער האוואי זענען הערמעטיש פארשלאסן געווארן אין צוגרייטונג צום שטורעם.

פרעזידענט טראמפ האט דערקלערט א סטעיט אף עמערזשענסי פאר האוואי, און פארזיכערט איינוואוינער אין האוואי אז אלע פעדעראלע אגענטורן זענען אויף א הויכע אלערט צו שטיין צו די האנט פון האוואי און פארמיידן א קאטאסטראפע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל