עס איז נעכטן ארויסגעקומען ווייטערדיגע דעטאלן איבער וויאזוי דער מייקל כהן קעיס און דער פאול מאנאפארט קעיס קען פארפלאנטערן דעם פרעזידענט אויף עטליכע פראנטן, און מעגליך פירן צו אן אימפיטשמענט, א מעגליכקייט וועלכע הערט זיך אין די לעצטע טעג מער און מער צווישן דעמאקראטן און אפילו רעפובליקאנער.

עס איז נעכטן באקאנט געווארן אז מייקל כהן האט איבערגעגעבן געוויסע אינפארמאציע איבער אומלעגאלער אקטיוויטעטן אינערהאלב די טראמפ ארגאניזאציע, און דער ניו יארקער דיסטריקט אטוירני האט געעפנט אן אויספארשונג איבער די ארגאניזאציע, צווישן אנדערע האט דער הויפט אקאונטענט פון די ארגאניזאציע געשלאסן אן אפמאך מיט די פראקוראר און באקומען אימיוניטעט פון ווערן אנגעקלאגט.

אזוי אויך האבן פראקורארן נעכטן באשטעטיגט אז זיי האבן געגעבן אימיוניטעט פאר דעם רעדאקטאר פונעם ״נאציאנאלן אינקווייערער״, א צייטונג וועלכע איז גענוצט געווארן דורך די טראמפ קאמפייין צו ״אפקויפן״ נעגאטיווע געשיכטעס איבער טראמפ, דאס קען פירן צו לעגאלע פראבלעמען פאר טראמפ, און אויך מעגליך אויפדעקן פילע אומבאקוועמע געשיכטעס איבער דעם פרעזידענט.

דאס זענען גאר דראמאטישע אנטוויקלונגען אין בלויז עטליכע טעג, און דאס ברענגט אן ״אימפיטשמענט פיווער״ אין וואשינגטאן, אבער פון די אנדערע זייט טוען פילע דעמאקראטישע פירער ווארענען אז דאס רעדן איבער אימפיטשמענט קען שאטן פאר דעמאקראטן אין די בעפארשטייענדע מיד-טוירם וואלן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל