דער שפאנישער רעגירונג האט באשלאסן צו נעמען א אומגעווענליכע שריט צו פארריכטן א היסטארישע אומרעכט, נעמליך אז דער דעספאט און פאשיסטישע פירער פראנקא פארמאגט א מאיעסטעטישע באגרעבעניש ארט אין צענטער פון מאדריד, און האט געמאלדן אז זי וועט ארויסנעמען זיין געביין און אנשטאט זיין קבר וועט דארט געשטעלט ווערן א מאנומענט צו פאראייביגן זיינע קרבנות און די געפאלענע אינעם בירגער קריג אין שפאניע.

פראנקא איז געקומען צו די מאכט אין שפאניע ביים ענדע פונעם בירגער קריג אין 1939, און אין די צייט פונעם צווייטן וועלטס קריג האט ער קאלאבערירט מיט היטלער ימ״ש, אבער זיין פאשיסטישע רעזשים האט נאך געוועלטיגט דארט פאר לאנגע יארן ביז זיין טויט אין 1975, און הונדערטער טויזנטער שפאנישע בירגער האבן געליטן פון זיין ברוטאלע רעזשים.

פראנקא פארמאגט נאך היינט פילע פארעהרער אין שפאניע, און זיי קבר איז דער לעצט פארבליבענע עפנטליכע מאנומענט פאר א פאשיסטישער פירער אין אייראפע, דער באשלוס פון די רעגירונג וועט קומען צו א פארליאמענט אפשטימונג קומענדיגע וואך און איז ערווארטעט צו באשטעטיגט ווערן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל