פוילן – א בית החיים אין דער שטאט מיסלאוויץ נעבן קראקא, איז וואנדאליזירט געווארן צום צווייטן מאל אין ווייניגער ווי א מאנאט, פירנדיג צו שאדנס פאר צענדליגער מציבות. אמווייניגסטנס דרייסיג מציבות זענען אראפגעווארפן געווארן, און א טייל פון זיי זענען צעשטיקלט געווארן אינעם בית החיים, און ווי מען הערט פון דער לאקאלער אידישער קהילה אין קראקא, זענען טייל פון די אומגעווארפענע מציבות געווען פריש רענאווירט און צוזאמגעשטעלט, נאך אן ענליכע וואנדאליזם אטאקע וואס האט פאסירט דארטן מיט דריי וואכן צוריק. די קראקעווער קהילה האט געזאגט אז זיי וועלן אראפשיקן א דעלעגאציע קיין מיסלאוויץ, זיך צו טרעפן מיט די ארטיגע פאליציי, פאר דער מעגליכקייט צו שטעלן פאליצייאישע וואך 24 שעה א טאג, ביז מ'כאפט די שולדיגע.

בילד

באריכט פון מאניס שעהר צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל