פאָרט וואָרט, טעקסאַס - אָפיציר טרעי שיערזאָן האָט מורא פון הויכקייט, און דאָס שטערט נישט אָפיציר דזשוסטין הענרי. אָבער די פאַרגאַנגענע שב"ק זענען ביידע געווען זייער דערשראָקן, ווען זיי האָבן געענטפערט אַ רוף איבער אַ מעגליכע זעלבסמאָרד פּריוו אויף אַ זייער הויכע שאָסיי ביי די איי-35-דאָבעליו בריק.

ווי נאָר זיי זענען אַנגעקומען, איז אַ פרוי אַרויס פון איר קאַר, און אַרויפגעטאַנצן אויף די צוים פונעם שאסיי. "מיר זענען געווען דערשראָקן" האָט הענרי נעכטן דערציילט. "אַ שטורמיגע וועטער איז געווען אויפ'ן וועג אַריין, און עס איז געווען ווינטיג, און מיר האָבן נישט געוואוסט וואָס גייט זיך דאָ אויסשפּילן."

די צוויי האָבן געראַטעוועט די פרוי, וואָס האָט אָט געהאַלטן ביים אַראָפּטאַנצן צו איר טויט, און די גאנצע אינצידענט איז אָפּגעכאַפט געוואָרן אויף די דעש-קעם און באַדי-קעם.

בילד

👈 זעה ווידיא

אויסשליסליכע באריכט פון שמחה דאסקאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל