די געוועזענע אויסטראַלישע פינאַנץ מיניסטער סקאַט מאָריסאָן, איז איינגעשוואוירן געוואָרן אַלס די לאַנד'ס 30'סטער פּרעמיער מיניסטער. ער איז די לאַנד'ס זעקסטע פּרעמיער מיניסטער אין זעקס יאָהר.

מאָריסאָן האָט געוואונען די ליבעראַל פירערשאַפט אין אַ פּארטיי זיצונג היינט צופרי, נאָכדעם וואָס די פּאַרטיי האָט געשטימט צו אַרויסוואַרפן מאַלקאַלם טורנבּאָל פון אַמט. מאָריסאָן האָט געוואונען 45 שטימען, קעגן 40 פאַר פּיטער דוטאָן, די אויסטראַלישע מיניסטער פאַר האָום אַפעירס, נאָכדעם וואָס די אויסערן מיניסטער דזשוליאַ בישאָפּ איז עלימינירט געוואָרן.

די ענווייראָמענט מיניסטער דזשאש פריידנבערג, ווערט די נייע דעפּיוטי פּרעמיער מיניסטער, און וועט איבערנעמען דזשוליאַ בישאָפּ.

בילד

👈 זעהט ווידיא פון איינשווערונג




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל