וואשינגטאן – אין יולי 18 אין יאר 2017 האט פּרעזידענט טראמפּ דיקטירט און געלאזט פארשפּרייטן א פאלשן סטעיטמענט, פון עיר פארס וואן, נאכדעם ווי דער ניו יארק טיימס האט אויפגעדעקט אז א מיטינג אין טראמפּ טאוער אין יוני 2016 דורך זיין זון דאן דזשוניאר און איידעם דזשארעד קושנער מיט רוסישע פארשטייער איז געווען צו באקומען שטאף וואס די רוסן האבן אויף פרוי קלינטאן, נישט צו רעדן איבער א רוסישן אדאפּטירונגס פּראגראם ווי זיינע געהילפן האבן דערציילט. דער סטעיטמענט פון טראמפּ'ס זון, דיקטירט דורכ'ן פּרעזידענט אויף עיר פארס וואן, האט געזאגט אזוי: "דאס איז געווען א קורצע באקענונגס מיטינג. איך האב געבעטן דזשארעד און פּאול אריינצוקומען. מיר האבן בעיקר גערעדט פון א פּראגראם צו אדאפּטירן רוסישע קינדער..."

דעם זונטאג האט טראמפּ צום ערשטן מאל מודה געווען איבער דער ריכטיגער אורזאך פון דער מיטינג. ער האט געשריבן אזוי: "דאס איז געווען א מיטינג צו באקומען אינפארמאציע אויף אן אפּאנענט, טאטאל לעגאל און געטאן אלע צייטן אין פּאליטיק, און עס איז נישט געגאנגען אין ערגעץ. איך האב נישט געוואוסט איבער דעם!" פּרעזידענט טראמפּ'ס אדוואקאט דזשעי סעקולאו האט פּרובירט נעכטן צו נוצן א נייע פארטיידיגונג פאר פּרעזידענט טראמפּ'ס ליגנט זאגן איבער'ן צוועק פון דער מיטינג. סעקולאו זאגט איצט אז ער האט געמאכט א טעות ווען ער האט אפּגעלייקענט אז טראמפּ איז געווען פארמישט אין צוזאמענשטעלן דעם ליגנערישן סטעיטמענט פון עיר פארס וואן, ווייל ער האט אין יענער צייט געהאט שלעכטע אינפארמאציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל