קאליפארניע – פאריגן דאנערשטאג איז עפּל געווארן די ערשטע אמעריקאנער פירמע ווערד צו ווערן $1,000,000,000,000 (1 טריליאן) דאלאר. יעצט האט עפּל'ס טשיף עקזעקוטיוו, טים קוק, אפּגעשריבן אן אינערליכע מעמא, און דאס צעשיקט צו עפּל'ס מער ווי 120,000 ארבעטער.

ער שרייבט זייער באשיידן, אז כאטש די נייע ווערד פון דער פירמע איז א גרויסע דערגרייכונג און א וויכטיגע אפּצייכענונג, איז דאס נישט די פירמע'ס הויפּט ציל, און נישט אפילו דער וועג צו מעסטן סוקסעס. קוק'ס מעמא דאנקט זיי פאר זייער שווערע ארבעט און באגריסט זיי אלעמען פאר וויאזוי "זיי טוען קיינמאל נישט סעטלען פאר עפּעס ווייניגער ווי עקסעלענץ (אויסגעצייכנטקייט").

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל