טי.מאָביל פּרייזן גייען אַראָפּ, ווען די קאָנקורענטן גייען אַרויף!

די מאָביל טעלעפאן פירמע האט היינט פארגעשטעלט די "טי-מאָביל עסענשיאַלס" פלאן, א ביליגער אָלטערנאַטיוו צו די "טי-מאביל איינס" פלאן. עס וועט האבן אלע מעלות ווי די One פלאן, ווי אומבאגרעניצטע רעדן, טעקסט'ן און אינטערנעט, אבער וועט נישט האבן די באזונדערע שטיק, ווי אומזינסטע מיטגלידערשאפט פון נעטפליקס, אינטערנאַציאָנאַלע דאטא און האַטספאַט.

די נייע פלאן וואט אראפברענגן די פרייז מיט בערך $10 פער ליניע, און וועט זיין צו באקומען די וואך פרייטאג.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל