טאיפעי – די טייוואנעזער פרעזידענטקע טשאי אינגווען האט נעכטן שארף פארדאמט כינע, זאגנדיג אז "קיינער קען נישט פארמעקן טייוואן". כינע האלט שוין לאנג אז טייוואן באלאנגט פאר איר און דרוקט אנדערע לענדער נישט צו געבן די מינדעסטע אנערקענונג פאר טייוואן אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד, אריינגערעכנט דאס לייגן דרוק אויף אינטערנאציאנאלע לופטליניעס, צו באצייכענען טייוואן אלס טייל פון כינע. אינגווען איז נעכטן געווען אויפ'ן וועג קיין אמעריקע, א רייזע אויף וועלכע כינע האט געברויזט, טראץ וואס אינגווען גייט נישט באזוכן וואשינגטאן, נאר יוסטאן און לאס אנדזשעלעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל