לאנדאן – דער שטורעם איבער באריס דזשאנסאן'ס קאמענטארן ארום דער מוסלעמענער בורקא קליידונג, האט נעכטן ווייטער אנגעהאלטן. דזשאנסאן, דער געוועזענער לאנדאנער מעיאר און געוועזענער אויסערן מיניסטער, וועלכער האט רעזיגנירט עטליכע וואכן צוריק צוליב די פארפלאנטערטע ברעקזיט געשפרעכן, האט געשריבן אין אן ארטיקל אז ער האלט נישט אז מ'זאל פארבאטן די מוסלעמענער בורקא קליידונג, אבער ער האט געשריבן גאר אפלאכנדיגע און אומסענסיטיווע קאמענטארן איבער וויאזוי עס זעען אויס די וועלכע גייען מיט די קליידונג. פילע קאנסערוואטיווע פארטיי באאמטע זענען שטארק אויפגעברויזט אויף דזשאנסאן, און ווילן אז ער זאל זיך אנטשולדיגן, וויבאלד זיין ארטיקל האט געברענגט כעס ביי דער מוסלעמענער באפעלקערונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל