ירושלים - עטליכע חרידי'שע איינוואוינער פון ירושלים, האבן אריינגעגעבן א פארלאנג צו די געריכט, צו באפעלן די אפשטעל פון "סקאנק ספרעי", א שלעכט-שמעקעדיגע כעמיקאל, אריגינעל אַנטוויקלט צו גענוצט ווערן קעגן די פאלעסטינער ראיאטירער, אבער ווערט העפטיג גענוצט קעגן ארטאדאקסישע גיוס פראטעסטירער.

די קלעגער זאגט אז די שפריץ איז ברוטאל און נישט אויסגעהאלטן לויט די מדינת ישראל געזעצן. צוויי פון זיי האבן געשריבן אין די קלאגע, אז זייער געשעפטן האבן געליטן שווערע שאדן - אין די ווערד פון טויזענטער שקלים - ווען די שפראץ איז גענוצט געווארן קעגן פראטעסטירער אינדרויסען פון זייער געשעפט.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל