מאסקווע – א געריכט אין רוסלאנד האט פארארדענט אן "אייז-קרעם" פירמע אפצושטעלן פארקויפן א פראדוקט וואס זי האט גערופן "ארימע איד". דאס געריכט אין דער רוסישער נאבראזשינא שטאט האט געאורטיילט קעגן דער סלאוויסטא פירמע, נאכדעם וואס פראקורארן האבן אריינגעגעבן א קלאגע, זאגנדיג אז דער נאמען פון די אייזקרעם איז אנטיסעמיטיש און איז דיסקרימינאציע קעגן אידן. די פירמע האט זיך פארענטפערט, אז "ארימע איד" ווערט גענוצט פאר פראדוקטן דורך אנדערע פירמעס, אבער דער ריכטער האט געגעבן גערעכט פאר די פראקורארן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל