פלאַרידע - צוויי אַרבעטערס זענען טויט, נאָכדעם וואָס זיי זענען היינט צופרי אַראָפּגעפאַלן זיבן שטאָק פון אַ צוזאַמגעפאַלענע סקאַפאָלד (פּיגום), ביי אַ מאַריאָט האָטעל קאָנסטרוקציע. אַ דריטער אַרבעטער איז אָפּגעקומען מיט מינימאַלע וואָונדן, נאָכדעם וואָס ער האָט באַוויזן זיך צו אָנכאַפן און צוריק אַרויפצוקריכן.

די אינצידענט האָט פּאַסירט בערך 4:15 היינט פאַרטאָגס, ווען די סקאַפאָלד האָט זיך אונטערגעבראָכן פאַר אומבאַקאנטע אורזאַכן. די פּראַפּערטי פון די האטעל, איז נעבן די וועלטס-באַרימטער וואָלט דיזני רעזאָרט.

בילד




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל