דזשעראד קושנער האט געהייסן פאר א סאפטווער דעוועלאפער וואס האט געארבעט פאר זיין צייטונג, די ניו יארק אבזערווער, ער זאל אויסמעקן עטליכע "קריטיקירענדע" באריכטן אין 2012. דער דעוועלאפער אוסטין סמיט זאגט אז ער האט געפאלגט, און האט חרטה.

די באריכטן וואס קושנער האט געהייסן אויסמעקן, האבן קריטיקירט זיינע חברים אין די ריעל עסטעיט ביזנעס.

קושנער איז א הויפט ראטגעבער צו זיין שווער, פרעזידענט דאנעלד טראמפ, אבער איז  דאן געווען די פאבלישער פאר די ניו יארק אבזערווער, וואס ער האט אפגעקויפט אין 2006. ער האט איבערגעגעבן אייגענטומערשאפט צו א טראסט, א טאג נאך וואס טראמפ האט געוואונען די 2016 וואלן.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון אפרים הערשקאוויטש צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל