צענדליגע טויזענטער אידן - ספעציעל סאטמארע חסידים - האבן היינט געשטראמט קיין קרית יואל, צום ציון פון הרה"צ אדמו"ר מ'סאטמאר זצוק"ל, אין טאג פון זיין יאהרצייט.
ביידע היינטיגע סאטמארע רבי'ס זענען אויך ארויפגעגאנגן צו די ציון, אין באזונדערע צייטן. ליידער זענען צוויי מצבות אראפגעווארפן געווארן ווען די וויליאמסבורגער רבי (רז"ל) איז אנגעקומען מיט א גרויסע עולם, און די שטופעניש האט פאראורזאכט די בזיון המתים, רח"ל.
א ווארטזאגער פאר די קרית יואל פובליק סעיפטי האט געזאגט אז די אינצידענט זעהט אויס צו זיין אן עקסידענט, און איז נישט געטוהן געווארן פאר דוקא. די סאטמארע טוויטער אקאונט פון די קעגערישע צד (ר"א), האט געשריבן אז די פאליציי פארשט אויס אינצידענט אלס א "העיט קריים" (האסע פארברעך), אבער דאס קען דערווייל נישט פעסטגעשטעלט ווערן.
איין בחור איז באריכטעט געווארן פארוואונדעט, אבער דאס איז אויך נישט פעסטגעשטעלט געווארן.

אויסשליסליכע באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)
הוסף רשומת תגובה