עלען מאסק שיקט א טוויט, און די מארקעט שאקעלט!

טעסלא שעירס האבן היינט ארויפגעטאנצן נאכדעם וואס איז סי.אי.או. עלען מאסק האט גע'טוויט'ד אז ער נעמט אין באטראכט די געדאנק צו אראפנעמען די פירמע פון וואל סטריט, און עס מאכן פאר א פריוואטע קאמפאני, זאגענדיג אז ער האט דאס געלד (צו אפקויפן אלע שעירס).

שעירס האב געהאט געשטיגן הערך 2 פראצענט ווען די פיינענשאל טיימס האט באריכטעט איבער די געדאנק און אז סאודי אראביע האט אריינגעווארפן צוויי ביליאן דאלער אין מאסק'ס פירמע, אבער די סטאקס האבן ארויפגעשאסן ביז'ן דאך נאך די טוויט, אזש 2:08 נאכמיטאג האט נעזדעק אפגעשטעלט האנדל פאר די טעסלא סטאק, א פּראָצעדור וואס ווערט גענומען ווען א סטאק לויפט ארויף אדער אראפ צי ווילד.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל