אַ גרענד דזשורי האָט אָנגעקלאָגט אַ טעקסאס מאַן, וואָס איז אַרעסטירט געוואָרן אין יולי פאַר'ן צוכאַפן אַ צענערלינג'ס "מעיק אַמעריקע גרעיט אגעין" (MAGA) קעפּ, פאר ער האָט אים באַשפריצט מיט זיין געטראַנק אין אַ "וואַט-אַ-בערגער" רעסטוראַנט. די אינצידענט איז געגאַנגן "וויירל" איבער סאָשעל מידיא, און האָט באַקומען אָפּרופן פון פּרעזידענט טראָמפּ'ס פאַמיליע.

קינאָו דזשימענעז איז אָנגעקלאָגט געוואָרן מיט גניבה, און קען פאַרשיקט ווערן אין טורמע אויב ער ווערט געטראָפן שולדיג.

ווען דאַנעלד טראָמפּ דזשוניער האָט געהערט איבער די אנצידענט, האָט ער גע'טוויט'ד אַז ער דאַרף הילף זיך צו פאַרבינדן מיט דער באַטראָפענער, און אַז ער וויל אים געבן אַ נייע "מאַגאַ" היט, אונטערגעשריבן דורך פּרעזידענט טראָמפּ אַליינס.

בילד: קינאָו דזשימענעז



וויירל ווידיא פון די אינצידענט אין יולי 3


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל