מיט גרויס פרייד און התרגשות איז דעם מיטוואך פ' ראה אויפגענומען געווארן די בשורה טובה ומרנינה, אז דער בית החיים הישן אין אוהעל, אונגארן — וואו ס'איז מקום מנוחת קדשו פון מרן רבינו הגה"ק משה איש האלקים, בעל ישמח משה זי"ע, דער "ראש שושילתא קדישא" פון די משפחת התמרים לבית סיגעט סאטמאר, און דערנעבן דער ציון הק' פון הרה"ק רבי סענדר'ל מקאמארנא זי"ע, וואס די פאריגע וואך איז אויסגעפאלן די 200'טע יארצייט זינט זיין הסתלקות אין אוהעל כ"א אב תקע"ח — דער שטח און אלע ארומיגע בנינים איז צוריק אונטער'ן אייגנטימערשאפט פון דער חברה קדישא שע"י קהל יטב לב דסאטמאר.

צו דער געלעגנהייט פונעם צוריקשרייבן דעם בית החיים אויפ'ן נאמען פון דער חברה קדישא שע"י קהל יטב לב, איז ספעציעל אראפגעפארן א חשוב'ע דעלעגאציע פון ניו יארק קיין אוהעל, אונגארן אין שפיץ פון די חברי הנהלת החברא קדישא והנהלת קהל יטב לב, ה"ה הרה"ח ר' יעקב שמשון הלוי גאלד הי"ו פון די הנהלת החברא קדישא און אייניקל פון מרן הישמח משה זי"ע, הרה"ח ר' זלמן לייב פעלדמאן הי"ו משמש הקהילה, צוזאמען מיט הרה"ח ר' יודא אליעזר יאקאבאוויטש הי"ו, מזכיר הקהילה, וואו מ'האט אינאיינעם מיט די שטאטראט דורכגעפירט דעם ענין און עס פארענדיגט כתוב וחתום על צד היותר טוב.

מיט דעם ווערט פארענדיגט א היסטארישער קאפיטל פון לאנגע יארן קעמפן און אנווענדן פעולות חובקות זרועות עולם מציל צו זיין דעם בית החיים אין אוהעל, נאכדעם וואס ס'האט געשוועבט אויפ'ן אוהעלער בית החיים א סכנה פון ווערן פארניכטעט, וואס גייט צוריק צו א תקופה פון נאענט צו פופציג יאר, זינט מ'האט על פי פקודת מרן רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע אנגעהויבן טון פעולות צו ראטעווען דעם בית החיים פון חרוב גיין, און שפעטער צו באקומען די פולשטענדיגע פארוואלטונג און ווירטשאפט אויפ'ן בית החיים אין אוהעל, ביז מ'האט יעצט זוכה געווען דערצו מיט גרויס סייעתא דשמיא.

בילד

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל