ער איז נאכנישט געווען אינדרויסן קיין גאנצע טאג, און ער האט נאכאמאל אטאקירט!

מאיר דאסקאלאוויטש איז ארויסגעקומען פון טורמע צוויי וואכן צוריק דאנערשטאג, נאכ'ן אפדינען א 4-מאנאטן אורטייל פאר'ן עובר זיין אויף די טערמינען פון זיין פעראול, מיט'ן אריינטרעטן אין א מקוה ווי ער איז קלאר פארבאטן.

ער איז אריין אין א מקוה אין מאנסי, ווי ער האט זיך אויפגעפירט אומאיידל אין נעבן א בחור. דאסקאלאוויטש איז גלייך ארעסטירט געווארן, און א געריכט זיצונג איז פלאנירט פאר די קומענדיגע וואך.

בילד
#שענדונגערס


וויכטיגע נאטיץ: אנדערש ווי אנדערע אידישע אויסגאבעס, טוען מיר דעקן די סארט געשיכטעס. ביטע נעמט אין אכט אז דאס איז זייער א דעליקאטע טעמע, און מיר קוועלן נישט דאס צו דעקן, נאר מיט טוען דאס ווייל מיר שפירן א פליכט אז יעדער זאל וויסן די סארט אינפארמאציע, כדי צו קענען בעסער באהיטן זייערע פאמיליעס, מיט דעם אייבישטען'ס הילף, ווי אויך ווייל באגראבן די סארט מעשיות טוט נאר שאפן א ענווייראמענט פאר נאך פאסירונגען. מיר ווייסן אז מאנכע שפירן א שטארקע קעגנערשאפט צו אונזער דעקונג, מערסטענס צוליב חסרון ידיעה והבנה, און דערפאר בעטן מיר די וואס פארשטייען יא די נחיצות, עס צו העלפן פארשפרייטן. - רעדאַקטאָר.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל