די ווייב פון א געוועזענער מארין און איראקער קריג וועטעראן, האט געווישט טרערן פון אירע אויגן ווען זי האט זיך געזעגענט פון אירע קליינע קינדער, ווערענדיג דעפארטירט קיין מעקסיקא פון די ארלאנדא לופטפעלד, נישט וויסענדיג ווען זי וועט נאכאמאל זעהן איר פאמיליע.

אלעהאנדרא יוהארעז, וואס איז אומלעגאל אריינגעקומען אין אמעריקע פון מעקסיקא מער ווי צוואנציג יאהר צוריק, האט זיך עפנטליך געבעטן פון פרעזידענט טראמפ ער זאל העלפן אפשטעלן איר דעפארטאציע. אבער א אומפארטייאישע בריוו (זעה דאקומענט ביים ענדע פון די באריכט) איבערגעגעבן די וואך צו די ווייסע הויז פון קאנגרעס, איז נישט געווען גענוג איר צו האלטן אין לאנד.

די פארפאלק האט געוואוינט אין דאווענפארט, פלארידע, ווי דער מאן, א קריג-העלד פון די איראקער קריג, איינער וואס איז א קאנסערוואטיווער רעפובליקאנער, האט געשטימט פאר דאנעלד טראמפ אין די 2016 וואלן. ער האט געשריבן א בריוו צום פרעזידענט בעטענדיג ער זאל מאכן א אויסנאם פאר זיין ווייב.

דער דעמאקראטישער סענאטאר פון פלארידע, דארען סאטא, איז געווען ביים לופטפעלד צו באגלייטן דעם 39-יעהריגער יוהארעז, און האט זיך אנטשולדיגט אז זיי ליידן זיך אן פון די פארהאסטע "זערא טאלעראנץ" אימיגראציע פאליסי. ער האט איר צוגעזאגן אז ער וועט "ווייטער נאכגיין צו בעטן די טראמפ אדמיניסטראציע פאר איר קעיס, און מיר וועלן נישט אויפגעבן, אפגעזעהן פון די אנטי-אימיגראנטן רעטאָריק".

בילד


אויסשליסליכע באריכט פון שמחה דאסקאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל