מילך קאמפאני עידזש-פי-הוד האט ארויסגעגעבן א "ריקאל" (צוריקרוף) פאר "ווענילע מאנדלען בריז" ("Vanilla Almond Breeze") מאנדלען מילך, ווייל די פראדוקט האט מעגליך אויך עכטע מילך.
די עף.די.עי. האט היינט געזאגט, אז די ריקאל דעקט 145,254 האלבע-גאלאן באטלעך וואס זענען געשיקט געווארן צו געשעפטן אין 28 שטאטן. די ריקאל נעמט אריין ווייניגער ווי איין פראצענט פון אלע האלבע-גאלאן ווענילע מאנדלען בריז באטלעך וואס איז געשיקט געווארן די לעצטע צוועלף מאנאטן.
די עף.די.עי. האט ערקלערט אין א פרעסע מעלדונג, אז די צוריקגערופענע מילך איז געהעריג געזונט פאר מענטשן וואס האבן נישט קיין פראבלעם מיט מילך. די פראבלעם איז נאר פאר מענטשן מיט געזונטהייט פראבלעמען מיט מילך, און פאר אידן צוליב כשרות.

אויסשליסליכע באריכט פון דר. רפאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)
הוסף רשומת תגובה