כינע זאגט אז זי וועט ארויפלייגן נייע טאַריפס אויף 60 ביליאן דאלער ווערד פון אמעריקאנער סחורה, אריינגערעכנט פליגערס, נאטירליכע גאז און סאויביען אויל, אויב די טראמפ אדמיניסטראציע האלטן איין זייער סטראשע צו ארויפריקן אמעריקאנער טאַריפס אויף כינע.

די כינעזער האנדלס מיניסטעריום האט היינט געזאגט איז איר באשלוס איז אן אנטווארט צו די פלענער פון די ווייסע הויז צו הייבן די אמעריקאנער טאַריפס אויף כינע אויף 200 ביליאן דאלער ווערד פון כינעזער סחורה, צו 25 פראצענט, ארויף פון די אָריגינעלע פלאן פון נאר 10 פראצענט.

דאס אויספירן די סטראשע, און די צייט ווען עס וועט דורכגעפירט ווערן, איז געוואנדן אין טראמפ'ס אויספירן זיין סטראשע, האט געזאגט די מיניסטעריום.

די נייע אַנטוויקלונג ווייזט אז די שוין-אנגעצויגענע האנדלס מצב צוויישן די צוויי גרויסמאכטן, האלט נאך נישט ביים זיך איינשטילן נאר ווערט ערגער, און דאס שטארק באזארגן די פינאַנציעלע מארקעטן

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל