ניו יארק – נעכטן מיטוואך האט דער אמעריקאנער סטאק מארקעט אפגעצייכנט די 3,453'סטע טאג פון א "בול מארקעט", וואס באדייט ווען דער סטאק מארקעט רוקט זיך נאר אויף ארויף, אפילו עס זענען געווען טעג ערגעץ אינמיטן ווען די מארקעטס האבן געשלאסן מיט פארלוסטן,אלס רעזולטאט פון נעגאטיווע נייעס און אנטוויקלונגען איבער דער וועלט.

דער יעצטיגער פרעצעדענטלאזער "בול מארקעט", וואס איז די לענגסטע אין אמעריקאנער היסטאריע, האט זיך אנגעהויבן אום מערץ 9 יאר 2009, ווען דער מארקעט האט זיך אנגעהויבן ערהוילן פונעם מאסיוון צוזאמפאל. זינט יענעם טאג האט זיך דער מארקעט ערהוילט, און מיט די הילף פון די פעדעראלע רעזערוו, איז דער דאו דזשאונס געוואקסן פון דעמאלט זיין ווערד בלויז 6,500 פונקטן, צום יעצטיגן ווערד פון 26,000 פונקטן.

דער "בול מארקעט" האט דורכגעלעבט פילע קריזיסן אין לויף פון די 3,453 טעג, אריינגערעכנט א פאניק אין יאר 2011 ווען גלאבאלע קרעדיט פירמעס האבן גענידערט אמעריקע'ס קרעדיט רעיטינג, א פחד איבער'ן צוזאמפאל פון די יורא אינעם זעלבן יאר, כינע'ס עקאנאמישע פארשטייטערונג אין יאר 2015, און די דראמאטישע רעדוקציע אין אויל פרייזן אין יאר 2015 און 2016.

קיין איינס פון די קריזיסן זענען נישט געווען גענוג שטארק, צו טשעפען מיט'ן בול-מארקעט און אויך נישט מיט די אמעריקאנער עקאנאמיע בכלל. עקספערטן געבן צו פארשטיין אז א בול-מארקעט שטעלט זיך אפ אויב דער "עס-ענד-פי 500" אינדעקס פאלט מיט מער ווי 20 פראצענט, וואס אויב דאס פאסירט, הייבט זיך אן א "בעיר מארקעט" (ווען אינוועסטירער פארלירן קאנפידענץ און ציען ארויס פונעם מארקעט). למעשה איז דער דערמאנטער אינדעקס נישט געפאלן אזוי שטארק אין לויף פון די לעצטע 3,453 טעג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל