וואשינגטאן – וועטער באאמטע האבן נעכטן געזאגט, מען זאל דערווארטן, אז די שרעקליכע היצן וואס הערשן אין טיילן לאנד שוין עטליכע טעג, וועלן אנהאלטן ביז אמווייניגסטנס ענדע וואך. די היצן האבן זיך שטארק געשפירט לענגאויס ניו יארק, וואו עס האט דערגרייכט נעכטן און זונטאג צו אריבער הונדערט דעגרי פארנהייט, און לויט די וועטער-שאצער, וועט זיך די היץ כוואליע אנהייבן רוקן צו מזרח אמעריקע, און וועט אפבאקן די מידוועסט שטאטן, בעפאר'ן אנקומען קיין קאליפארניע, וואו מ'זארגט זיך אז עס וועט צוהעלפן די בושעווענדיגע וואלד-פייערן זיך נאכמער צו פארשפרייטן. די באאמטע האבן ווידערהאלט זייער דערמאנונג, מ'זאל זיך נישט דרייען אין גאס, נאר אויב ס'איז וויכטיג, און די וועלכע האבן אטעמען פראבלעמען, זאלן אינגאנצן אויסמיידן די גאס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל