וואשינגטאן – ארעסטן דורך גרעניץ פאטראל אגענטן ביים אמעריקע-מעקסיקא גרעניץ, זענען אינעם מאנאט יוני געפאלן מיט זעכצן פראצענט פון א מאנאט בעפאר. די ציפערן זענען פארעפנטליכט געווארן דורך די "אסאסיעטעד פרעס", וועלכע האט דאס באקומען פון די גרעניץ פאטראל אויטאריטעטן, און עס ווערט ארויסגעברענגט, אז דערמיט וואס די צאל ארעסטן זענען געפאלן אין יוני, האט זיך געענדיגט א סעריע פון די 4 מאנאטן בעפאר, ווען ארעסטן זענען נאכאנאנד געשטיגן. עס איז נישט קלאר, צי די צאל ארעסטן זענען געפאלן אין יוני צוליב וואס ווייניגער אימיגראנטן האבן זיך פרובירט אריינצושמוגלען אומלעגאל, אבער די טראמפ אדמיניסטראציע האט ארויסגעהויבן די ציפערן, זאגנדיג אז זייער שטרענגע "זערא טאלעראנץ" פאליסי ווירקט, אז מענטשן האלטן זיך צוריק פון קומען אומלעגאל.
הוסף רשומת תגובה