פילאדעלפיע – פעדעראלע אויטאריטעטן האבן נעכטן געמאלדן, אז זיי האבן סוקסעספול אפגעשטעלט א מאסיוון פלאן דורך אן איסלאמישן טעראריסט, וועלכער האט געוואלט דורכפירן אטאקעס אויף עטליכע לאקאלן אום יולי 4, בעת אמעריקאנער צייכענען אפ דעם יארטאג פון ווען אמעריקע איז געווארן א זעלבסטשטענדיג לאנד. די אויטאריטעטן זאגן אז זיי האבן ארעסטירט דעם פארשוין דעמעטריוס פּיטס, וועמען זיי האבן נאכגעפאלגט א לאנגע צייט, נאכ'ן אויפכאפן אז ער שרייבט גאר העסליכע און ראדיקאלע לאזונגען, אויך סטראשונקעס, אויפ'ן אינטערנעט. אן עף-בי-איי אינפארמאנט האט געהערט פון פּיטס, אז ער פלאנירט אן אטאקע אום יולי 4, און אז ער איז שוין אויך געגאנגען באטראכטן עטליכע ערטער וואו דורכצופירן זיינע אטאקעס – האבן די פעדעראלע אגענטן אים ארעסטירט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל