העלסינקי – שטייענדיג געציילטע שטונדן בעפאר זיין געסקעדזשועלטן סאמיט מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, האט דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ פריש באוויזן צו באליידיגן און טשעפען אמעריקע'ס אליאירטע לענדער, ווען ער האט געזאגט אין אן אינטערוויו, אז ער באטראכט דעם אייראפעאישן יוניאן אלס א "שונא". טראמפ האט געזאגט, אז נעמענדיג אין באטראכט וואס אייראפע טוט צו אמעריקע איבער האנדל, איז קלאר אז זיי זענען שונאים. דאס קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס טראמפ האט אין אן אינטערוויו זיך אנטזאגט צו באצייכענען רוסלאנד אלס א "שונא" פון אמעריקע.
הוסף רשומת תגובה