פינלאנד – היינט מאנטאג וועט פארקומען דער לאנג-דערווארטעטער סאמיט צווישן דעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, און דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין, וואו מ'דערווארט אז עס זאל אויפגעברענגט ווערן פארשידענע וויכטיגע טעמעס צווישן די צוויי וועלט פירער.

ביי א פרעסע קאנפערענץ, וואס טראמפ האט געגעבן פרייטאג אין ענגלאנד מיט דער בריטישער פרעמיער מיניסטארשע, האט דער פרעזידענט געגעבן אנצוהערן פארשידענע טעמעס וואס ער וועט דיסקוסירן מיט פוטין, אנגעהויבן פון נוקלעארע וואפנס, וואס ער וויל אז די וועלט זאל אינגאנצן פטור ווערן דערפון, און געענדיגט מיט סיריע.

ווייסע הויז באאמטע זאגן, אז איראן'ס ראלע אין סיריע וועט זיין א הויפט טעמע פאר'ן סאמיט, און טראמפ האט אויך געזאגט, אז ער וועט אויפברענגען די אישו פון אוקראַינע, וואו רוסלאנד מישט זיך. טראמפ האט אבער נישט געזאגט קלאר, צי ער וועט רעדן איבער רוסלאנד'ס אנעקסירונג פון קרימיע.

דער סאמיט קומט אין שאטן פון די פרישע קלאגעס קעגן א גרופע רוסישע שפיאנאזש אפיצירן, וועלכע ווערן באשולדיגט דורך פעדעראלע פראקורארן אין אנפירן העקערייען קעגן די דעמאקראטן ביי די יאר 2016 וואלן, ווי נעכטן באריכטעט, און פילע האבן גערופן אז טראמפ זאל אפשאפן דעם סאמיט צוליב די אויפדעקונגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל