די מעדיקעל עקזעמינאר האט אידענטיפיצירט דער געשאסאנעם אלס דער 37-יעהריגער האריט אגוסטוס פון צפון שיקאגא.

אגוסטוס איז געשאסן געווארן אינמיטן א קאנפראנטאציע מיט די פאליציי נעבן זיין ארבעט-פלאץ, און איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל ווי ער איר דערקלערט געווארן טויט.

נישט לאנג שפעטער האבן ווילדע פראטעסטירער ארויסגעלאזט אויף די גאסן און אנגעהויבן צו ראיאטירן. די פאליציי האט געהאט גע'טענה'ט אז אגוסטוס האט געהאט א האולסטער (גאן-האלטער) אויף די זייט, און האט עטליכע מאל פראבירט צו גרייכן דערצו מיט זיין הענט, און דערפאר האבן זיי אים געשאסן. די נייע-ארויסגעגעבענע ווידיא שטעלט צו באווייזן צו די פאליציי ווערסיע פון די געשיכטע, און עס איז צום האפן אז די פראטעסטן וועלן נאכלאזן.

בילד


אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל