לאנדאן – די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע ווארנט, אז די מיניסטארן אין איר רעגירונג, וועלכע פירן זיך יעצט אויף ווי רעבעלן און קעמפן קעגן איר ברעקזיט אפמאך, וועלן נאך חרטה האבן אויב זיי שטעלן זיך נישט צו דערצו. לויט ווי מעי זאגט, וועט מעגליך אינגאנצן נישט זיין א ברעקזיט אויב דער יעצטיגער אפמאך וועט נישט באשטעטיגט ווערן, און ענגלאנד וועט געהעריג בלייבן אינעם אייראפעאישן יוניאן. אין באזונדערע קאמענטארן האט מעי געזאגט, אז ביי אירע געשפרעכן מיט טראמפ, האט ער איר גע'עצה'ט בכלל נישט צו פירן קיין געשפרעכן מיט'ן אייראפעאישן יוניאן איבער ברעקזיט, נאר לויפן אין געריכט קעגן דעם יוניאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל