פיאנגיענג – דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא האט געמאלדן, אז געשפרעכן וואס זענען אפגעהאלטן געווארן נעכטן צווישן אמעריקע און צפון קארעא, האבן געברענגט צו א פולקאמע פארפליכטונג דורך די קארעאר, אז זיי גייען אנהייבן צוריקצוגעבן די קערפער-איבערבלייבענישן פון אומגעקומענע אמעריקאנער זעלנער פונעם קארעאר קריג. פאמפעיא זאגט אז היינט וועט זיין נאך א זיצונג איבער דער טעמע, און אין די גאר נאענטע טעג וועלן אמעריקאנער עקספערטן אריינגעלאזט ווערן קיין צפון קארעא, צו העלפן אפירגראבן ערטער וואו מען גלייבט אז עס ליגן די איבערבלייבענישן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל