אלבאני – די ניו יארק סטעיט טענענט באשיצונג יוניט האט געמאלדן, אז זיי האבן געלאזט אין גאנג אן אויספארשונג איבער דזשעראד קושנער'ס פאמיליע'ס ריעל עסטעיט פירמע, נאכדעם וואס עס זענען אפירגעקומען באריכטן, אז די קאמפאני האט געטשעפעט און דיסקרימינירט קעגן טענענטס. אין די באריכטן זענען געשילדערט געווארן געשיכטעס פון העכער צען געוועזענע און יעצטיגע טענענטס אין קושנער'ס האוזינג פראיעקטן, וואס זענען געצוואונגען געווארן צו וואוינען אין געפארפולע מאסנאמען, מיט נאכאנאנדע קאנסטרוקציע ארום זיך, און אויב האבן זיי זיך אפגערעדט, האט מען דירעקט געהויבן די רענט, זיי צו צווינגען ארויסצומופן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל