ארץ ישראל – נעכטן האבן זיך געשפירט פרישע צוויי ערדציטערנישן אין צפון ארץ ישראל, ארום דעם כנרת ים, אבער בחסדי ה' זענען נישט געווען קיין געשעדיגטע אדער סיי וועלכע שאדנס. די צוויי ערדציטערנישן זענען געווען ביי א שטארקייט פון 3.0 און 3.9 אויפ'ן ריכטערוואג, און דער צענטער פון זיי איז געווען ארום טבריה, אבער איינוואוינער אזוי ווייט ווי אין חיפה, און אין די גולן הויכן, האבן עס געשפירט. די צוויי ערדציטערנישן קומען נאכדעם וואס פאריגע וואך האבן פאסירט א סעריע ענליכע ערדציטערנישן אינעם זעלבן ראיאן, וואס די גרעסטע דערפון איז געווען פאריגן מיטוואך אינדערפרי, אינעם צפון גליל, ביי א שטארקייט פון 4.3 אויפן ריכטערוואג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל