פיאנגיענג – ווי באריכטעט נעכטן אין קורצן, האט זיך די רייזע פון סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא קיין צפון קארעא, דאסמאל נישט אויסגעארבעט, און עס האט זיך געענדיגט מיט א שארפן אנטי-אמעריקאנער סטעיטמענט פון דעם ארטיגן רעזשים. א פרישער באריכט אין "בלומבערג" האט דערציילט דעטאלן פון דער רייזע, און עס שטעלט זיך ארויס אז דער צפון קארעאר רעזשים האט דירעקט פארשעמט און געטשעפעט פאמפעיא. ערשטנס האבן זיי אים בכלל נישט געגעבן קיין נארמאלן האטעל וואו איינצושטיין, נאר אן ארומגעצוימטן הויז, הונטער'ן ארט וואו די פארשטארבענע צפון קארעא פירער ליגן באערדיגט, און דאן האבן זיי אים נישט געלאזט זיך טרעפן מיט קים יאנג אן, טראץ וואס ער האט אריינגעלייגט א סאך כוחות אז אזא צוזאמטרעף זאל פאסירן.
הוסף רשומת תגובה