איסטאנבול – דער טערקישער רעזשים פון פרעזידענט ראסיפ ערדואן, האט נעכטן ארויסגעווארפן פרישע אכצן טויזנט פובליק ארבעטער פון זייערע אמטן, וואס האלב פון די ארויסגעווארפענע זענען געווען פאליציי אפיצירן. דאס ארויסווארפן אזויפיל פובליק רעגירונג איינגעשטעלטע, קומט געציילטע טעג איידער מען דערווארט אז ערדואן וועט אראפנעמען די ספעציעלע "סטעיט אוו עמורדזשענסי" וואס ער האט אריינגעשטעלט אין קראפט אין יולי 2016, נאכ'ן דורכגעפאלענעם פוטש קעגן אים – וואס אונטער די עמורדזשענסי סטאטוס זענען געוויסע יומען רייטס געווען "לעגאל" סוספענדירט. זינט יענעם פוטש זענען שוין ארויסגעווארפן געווארן 160,000 מענטשן פון זייערע רעגירונג דזשאבס, אויסער די נעכטיגע אכצן טויזנט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל