ציריך – א מוסד אין ציריך, שווייץ, וועט זיין געצווינגען זיך אפצושפארן אין די קומענדיגע טעג, נאכדעם וואס זי איז נישט נאכגעקומען די פארלאנגען פון די שווייצער אויטאריטעטן, און נישט געלערנט גענוג לימודי חול מיט די תלמידים. די אויטאריטעטן זאגן, אז זיי האבן דורכגעפירט א סעריע אינספעקשאנס אויף די ישיבה קטנה אין ציריך, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז מען האט נישט געלערנט מיט די קינדער גענוג מאטעמאטיק, פראנצויזיש און ענגליש. די ישיבה קטנה איז איינס פון פיר אידישע מוסדות אין ציריך, און עס האט זיך געגרינדעט מיט נאענט צו צוואנציג יאר צוריק. ארטיגע אידן דרוקן אויס גרויס ווייטאג אז דער מוסד וועט זיך מוזן יעצט אפשפארן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל