טיילאנד – די אויגן פון דער גאנצער וועלט זענען אין די לעצטע צוויי טעג געוואנדן קיין טיילאנד, וואו די אויטאריטעטן האבן אונטערגענומען א געוואגטע אקציע, צו ברענגען די באלדיגע באפרייאונג פון די 13 פארכאפטע אינעם פארפלייצטן הייל אין דער שטאט טשיאנג רי.

די אפעראציע איז אונטערגענומען געווארן נאכדעם וואס דער לאקאלער גאווערנאר האט געזאגט, אז עס איז מער נישט פארבליבן צייט צו ווארטן, צוליב די אנקומענדיגע רעגן שטורעמס. שרייבנדיג די שורות זונטאג נאכמיטאג, האט מען שוין געהאט ארויסגעשלעפט 4 פון די קינדער.

די רעטונג פון די 4 קינדער איז דורכגעפירט געווארן אויף א ספעציעלן "באָודי סיסטעם", וואס באדייט אז צוויי געשולטע ים-טויכער האבן באגלייט יעדעס קינד, איינער פון פארנט און איינער פון הונטן, און אזוי האט יעדעס פון די 4 קינדער דורכגעמאכט דעם לאנגן פארפלייצטן קרומען וועג פון מער ווי 2 מייל ארויס פונעם הייל.

עס האט געהייסן אז נעכטן וועט מען שוין האבן באפרייט אלע 13, אבער די באאמטע האבן באשלאסן אפצושטעלן די אפעראציע נעכטן, ווען די נאכט איז צוגעפאלן אין טיילאנד, צוצושטעלן פרישע אקסידזשען און אנדערע געברויכן פאר די טויכער. היינט מאנטאג וועט די אפעראציע געפארטיגט ווערן, האפנטליך מיט סוקסעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל